בילדער פון לינקס אויף רעכטס: פאָטאָ 1 – לינקס יוסף גורי (2021-1931), רעכטס שאול פֿערדמאַן (?- 1993). ירושלים, מיטן 80ער. פאָטאָ 2 – לינקס פּראָפֿ. וואָלף מאָסקאָוויטש, רעכטס דמיטראָ טישטשענקאָ. תל-אביב, 2015. פֿאָטאָ 3 – די טיר צום אַרכיוו פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך” אין א קעלער פֿונעם העברעיִשם אוניווערסיטעט אויף הר הצופֿים. די דאָזיקע און די ווײַטערדיקע פֿאָטאָס זײַנען געמאַכט געוואָרן אין די יאָרן 2022 און 2023, פֿאַר דעם 25סטן יולי 2023. פֿאָטאָ 4 – דער שליסל צו דער דאָזיקער טיר אין איין בינטל מיט דעם שליסל צו אַ קליינעם סקלאַד, וואָס האט אויך געהערט צום אַרכיוו. פֿאָטאָ 5 – קאָנווערטן מיט די כּתב־ידן, וועלכע מ’האָט געטרײַ געהיט אין משך פֿון העכער דרײַסיק יאָר. פֿאָטאָ 6 – זיבן אײַזערנע שאַפֿעס מיט די קאַרטלעך צו די אותיות ב ביז כ, אין אַלפֿאַבעטישן סדר. פֿאָטאָ 7 – קאַרטלעך צו די אותיות ל ביז ת, ניט אין אַלפֿאַביטישן סדר, זאָרגזאַם פֿון מיר אײַנגעפּאַקט אין 24 קאַרטאָן־קעסטלעך מיט מײַן צייכן “ד. ט.” (דמיטראָ טישטשענקאָ), וועלכע איך האָב צום לעצטן מאָל געזען דעם 27סטן יולי 2023. פֿאָטאָ 8 – דער שער־בלאט פֿון דעם ערשטן באַנד פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך”. פֿאָטאָ 9 – די בענד 2 ביז 4 פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך”. פֿאָטאָ 10 -יודל מאַרק (1975-1897), דער פֿאַקטישער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך” פֿון 1953 ביז 1975. פֿאָטאָ 11 – יודל מאַרק בײַ דער אַרבעט. פֿאָטאָ 12 – נחום סטוטשקאָוו (1965-1893), דער איניציאַטאר פֿונעם “גרויסן ווערטערבוך”־פּראָיעקט, וואָס איז באַזירט אויף זײַן קאַרטאָטעק. סטוטשקאָוו איז אַוועק פונעם פּראָיעקט אין 1955 צוליב פֿאַרשיידענע סיכסוכים מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן, דער עיקר, איבער דער פֿראַגע וועגן דעם פֿאַרנעם פֿונעם ווערטערבוך. פֿאָטאָ 13 – יודאַ אַ. יאָפֿע (1966-1873), אָפֿיציעל אויך אַ רעדאַקטאָר פֿון “גרויסן ווערטערבוך” פֿון 1953 ביז 1966 – כאָטש אין דער אמתן, צוליב זײַן עלטער, איז זײַן חלק אין דער
.אַרבעט געווען אַ באַגרענעצטער. פֿאָטאָ 14  – לינקס לייזער בורקא, רעכטס מאָטל טישטשענקאָ. פֿראַנקפֿורט אַם מײַן, 2023

Click on the photo to enlarge and see the English title.

Nach oben scrollen